אינפֿאָרמאַציע אין ייִדיש - מידע ביידיש

ה.ל.ל (ראשי תיבות: "האגודה ליוצאים לשאלה") איז א ארגאניזאציע אין ישראל וואס העלפט מענטשן וואס פארלאזען דער חרדישער וועלט און זענען אינטערעסירט זיך צוצופאסן צום מאדערנעם לעבן אין מדינת ישראל. הל"ל האט נישט קיין שום פאליטישע אינטערעסן און קיין שום שייכות מיט פאליטיק.

זינט זי איז געגרינדעט געווארן אין יאר ה'תשנ"א (1991) האט ה.ל.ל שוין געהלאפן הונדערטע יונגעלייט און פרויען זיך צו באהעפטן צום אלגעמיינעם ציבור אין ישראל.

רוב פון די ארבעט אינעם ארגאניזאציע ווערט געטון דורך א גרופע פון וואלונטירן וועלכע קומט אן צו 250 חברים. צווישן זיי: סטודענטן, פסיכאלאגן, אדוועקאטן, זשורנאליסטן, לערערס, סאציאל ארבעטער, בוכהאלטערס, באלעבאסטעס און נאך א סך אנדערע.

 וועמען העלפט ה.ל.ל?

ה.ל.ל העלפט יונגע מענטשן וואס שטאמען פון חרדישע קהילות: ספרדישע, ליטווישע און חסידישע.  די אידיאלאגיע פון ה.ל.ל איז: די זכות פון יעדן מענטש אויסצווועלן זיין וועג און זיינע דעות, זיין אמונה און זיין לעבענס שטייגער.

ה.ל.ל איז קיינעם נישט משכנע צו פארלאזן די פרומע וועג, זיי העלפן נאר די וואס האבן שוין אליין מחליט געווען צו בייטן זייער לעבענס שטייגער.

ה.ל.ל איז אויך מודיע פאר די וואס ווענדען זיך צו איר אז די וועג איז נישט אלעמאל קיין לייכטען, און אז א מענטש דארף זיך גוט איבערטראכטן פאר ער נעמט אזא שריט.

 די צילן פון די ארגאניזאציע:

· העלפן די וואס ווילן ארויס פונעם חרדישן וועלט און צופאסן זיך צום לעבן שטייגער פון דעמאקראטיע און פלוראליזם אין מדינת ישראל.

· געבן די כלים פאר די וואס זענען אריבער שווערעקייטן ביים פארלאזן זייער היים כדי זיי זאלן  זיך צוריק שטעלן אויף די אייגענע פיס.

· צו העלפן און שטיצן די וואס ווילן זיך לערנען הויכע לימודים אין אניבערסיטעטן אדער אנדערע הויך-שולען.

· צו שטיצן די וואס זענען אינטערעסירט צו גיין אין ארמיי און זיי באגלייטן במשך די צייט וואס זיי דינען אין מיליטער.

· צו שאפן יונגע מנהיגים וואס וועלן ווייטער אנגיין מיט די ארבעט פון די ארגענעזאציע און אויפטון בכלל פאר די איינוווינער פון מדינת ישראל.

 

היינט צו טאג באשטייט הל"ל פון הונדערטע יוצאים לשאלה און הונדערטע וואלענטירן. די פארשידענע ריכטונגען פון הילף זענען געשטיגן במשך פון די יארן. די ארגאניזאציע פירט אן פארשידענע פראגראמען פאר סטאלדאטן, סטודענטן, מאמעס פון קינדער און נאך. דאס אלץ מיט די הילף פון די וואלענטירן און די טויזינטע שטיצערס.

 

וויאזוי קען איך קאנטאקטן ה.ל.ל?

די אפענע ליניע (האט ליין)

1700-70-70-73

 

אין תל אביב

פון זונטיק ביז דאנערשטיק 18:30-22:00 (האלב נאך זעקס אוונט ביז האלב נאך צען ביינאכט)

 

אין ירושלים

פון זונטיק ביז דאנערשטיק 19:00-22:00 (זיבן א זייגער אוונט ביז האלב נאך צען ביינאכט)

 

אויך קען מען זיך ווענדען דורכן בליץ פאסט

 

קישורים

 

ה.ל.ל אין דער אידישע וויקיפעדיע


Hillel on Facebook Hillel on Twitter Hillel on Youtube
הקו הפתוח 1-700-70-70-73
שעות מענה

חיפה והצפון / תל אביב

א'-ה' 22:00-18:30 


     ירושלים

     א'-ה' 22:00-19:00 


פניה בדוא"ל
hillel.email@gmail.com