שאלות ראשונות - יידיש

פראגעס ערשטער


ווער רעדט מיט מיר אויפן טלפון?

אינעם אפענעם לינע וועלן רעדן מיט דיר וואלונטירן פון הל"ל אזוי אויך געוועזענע חרדים וואס וועלן דיר געבן אן אוזן קשבת, ענטפערן אויף דיינע פראגעס און אויך אנווייזן ווייטיקער ריכטונגען.

 

צי קען איך געטרויען הל"ל מיט מיינע סודות?

אוודאי יא. הל"ל איז זיך מתחייב אפצוהיטן די פריוואטקייט פון אלע וואס ווענדן זיך צו איר. הל"ל גיבט נישט איבער קיין שום אינפארמאציע פאר קיינעם אין דער וועלט.  אזוי אויך קען מען זיך ווענדען צו הל"ל טעלעפאניש מיט אן אויסגעטראכטן נאמען.

 

צי וועט הל"ל מיך איבער רעדן צו פארלאזן דער חרדישער וועלט?

בשום פנים ואופן נישט. הל"ל איז נישט משכנע קיין שום מענטש נישט צו זיין פרום אדער נישט. די אידעיאלאגיע פון הל"ל איז אז יעדער מענטש האט די רעכט אויסצוקלייבן זיין וועג., און דערפאר וועט זי העלפן נאר די וואס האבן שוין אליין אנגענומן די החלטה צו פארלאזן דער חרידישער וועלט.

 

וואס זענען די שוועריקייטן פון פארלאזן דער חרדישער וועלט.

  • דער ריס פון דער משפחה און חברים.
  • זיך באקענען און איינגעוווינן מיט נייע אידעאלן און אויפפירונג.
  • זיך איינארדענען אין אן אומבאקענטן סביבה.
  • גייסטישע און געזעלשאפטליכע איינזאמקייט.
  • אונטערשטעליקייט און וועלטליכע וויסנשאפט.
  • די שוועריקייט פון דערגרייכן פרנסה און זיך אוועקשטעלן אויף די אייגענע פיס.

 מיט וואס קען מיך הל"ל העלפן?

  • באגלייטן דיר אויפן נייעם וועג אין די ערשטע תקופה.
  • משפחות וואס לאַדענען איין צו זייער היים.
  • באקענען זיך מיט נאך אזעלכע וואס גייען א דורך דעם זעלבן פראצעס.
  • הילף מיט קונה זיין הויכע לימודים אדער צוגרייטן צו א פראָפעסיאָנאַלע ארבעט.
  • שטיצגרופעס.
  • צוגרייטן צום דינסט אין מיליטער.

Hillel on Facebook Hillel on Twitter Hillel on Youtube
הקו הפתוח 1-700-70-70-73
שעות מענה

חיפה והצפון / תל אביב

א'-ה' 22:00-18:30 


     ירושלים

     א'-ה' 22:00-19:00 


פניה בדוא"ל
hillel.email@gmail.com